קדש
ווען דער יונגערמאן קומט אן אין כולל, טוט ער זיך אן די שווארצע כאלאטל, און מאכט זיך שנעל א קאווע כדי צו קענען גיין הכנות.
ורחץ
נאכן זיצן א שעה הכנות וואשט מען זיך די הענט און מ´מאכט נישט די ברכה על נטילת ידים.
כרפס
מ´מאכט זיך א פרישע קאווע, און מ´נעמט א שטיקל צוקער, מ´טינקט עס איין אין די קאווע, מ´מאכט די ברכה שהכל נהי´ בדברו, און מ´טרינקט עס אויס לאנגזאם און שטאט, כדי צו פטר´ן די לערנען.
יחץ
מ´צוטיילט די טאג אויף העלפט, א האלבע טאג לערנט מען נישט און א האלבע טאג ארבעט מען נישט.
מגיד
מ´שמועסט און מ´הערט נייעס, ביז לאנטש.
רחצה
מ´וואשט זיך די הענט און מ´זאגט יא די ברכה על נטילת ידים.
מוציא
מ´נעמט א פיינע פרישע המוציא ראל, און מ´מאכט המוציא.
מצה
דערנאך נעמט מען די ראל מ´צושנייד עס אויף העלפט, און מ´לייגט עס אין טויסטער, ס´זאל זיין פיין קריספי אזוי ווי מצה.
מרור
מ´נעמט א שטיקל קנאבל און מ´רייבט עס אן אויף די טויסט.
כורך
מ´לייגט אריין טונא, און לעדערס, און מ´מאכט א סענדוויטש.
צפון
מ´נעמט אפיר די באהאלטענע סעלפאן, און מ´קאלט קו הציבור.
ברך
מ´גיסט אן די דריטע כוס קאווע און מ´בענטשט.
הלל
מ´גיסט אן די פערדע כוס קאווע, מ´שטופט דורך די נאכמיטאג, און מ´דאנקט דעם אייבערשטן אז די טאג איז שוין באלד פאריבער.
נרצה
מ´טוט די אלע זאכן כדי צו געפעלן פארן ווייבל, וועלכע מיינט נעבעך אז איר תכשיט´ל הארעוועט אין לערנען.
הצגת כל התגובות