מילים:
לתיאבון נישט להכעיס
איך האב פארגעסן דאווענען שחרית
נאך אמאל, אזוי ווי אמאל
סאיז געקומען מנחה צייט
און געוועין נאך בין איך וייט
פון א שול, אבער מיינע געפילן
אבן מיר געזאגט:
דאווען יעצט אזוי וי דו ביסט, אזוי וי דו ווילסט
אזוי וי דו שטייסט און גייסט
דאווען יעצט וייל דו ביסט א שטיק דאווענען
איך האב געקוקט אויף מזרח מערב
איך האב פארגעסן דאווענען מעריב
נאך אמאל, אזוי וי אמאל
איך האב געקוקט אויך דרום צפון
און איך מוז זיך לייגן שלאפן
אין מיין בעט, און אזוי וי איך רעד
הער איך:
דאווען יעצט אזוי וי דו ביסט, אזוי וי דו ווילסט
אזוי וי דו שטייסט און גייסט
דאווען יעצט וייל דו ביסט א שטיק דאווענען
ואני תפילתי לך ה׳…
דאווען יעצט אזוי וי דו ביסט, אזוי וי דו ווילסט
אזוי וי דו שטייסט און גייסט
דאווען יעצט וייל דו ביסט א שטיק דאווענען
ויפל צייטן גייען אריבער
און איך עפן נישט קיין סידור
נאך אמאל, אזוי וי אמאל
דער באשעפער הערט מיין תפילה אלע מאל
אפילו איך דאווען נישט אין שול
וייל מיינע געפילן
זאגן מיר:
דאווען יעצט אזוי וי דו ביסט, אזוי וי דו ווילסט
אזוי וי דו שטייסט און גייסט
דאווען יעצט וייל דו ביסט א שטיק דאווענען
אין שטאט אין שטוב אין יער
אין מיין אופיס אין מיין קאר
איבער אל, אזוי וי אמאל
אין מיין קאפ און אין מיין הארץ
אין יעדע ארט אין יעדע פלאץ
נישט נאר אין שול