קומט אלע וואלן! טאקע צוליב די גדולי ישראל.
אין די פארגאנגענע וואכן פארן ארום אלע גדולי ישראל, אן קיין אויסנאם, פון אלע קרייזן און שיכטן אינעם יהדות החרדית, פון שטאט צו שטאט, פון פלאץ צו פלאץ, מיט פול אנערגיע אנצווארעמען דעם אלגעמיינער חרדי'שער ציבור צו דאס וויכטיגע אויפגאבע אז יעדער זאל ארויסקומען וואלן און פארשטארקן דעם כוח פון די חרדישע פארטייען.
היינט דינסטאג י"א שבט דער איין און צוואנציגסטער אין ינואר איז אויפגעשיינט, דעם היינטיגן טאג וועלן די אלע איינוואוינער פון ארץ-ישראל, ווי אויך יעדער חרדי'שער בירגער, באשטימען וועלכע רעגירונג וועט אויפשיינען אין מדינת ישראל:
צו וועט אויפגעשטעלט ווערן א עקסטרעמע הערשאפט, וואס וועט זיין אין אלגעמיין ווילד פרעמד פארן וואוילזיין פונעם חרדי'שן אידנטום, און ספעציעל פאר די תורה וועלט? צו וועט די קומענדיגע אויפגעשטעלטע מאכט אפשניידן דעם ווארצל פונעם בליה פון עולם התורה און ישיבות? וועט זי זיך פרעמד מאכן צו די נויטונגען פון די תלמידי חכמים וואס הארעווען פיר און צוואנציג שעה'ן אויפן זייגער פאר יגיעת התורה? צו וועט דער ווילדער העץ קאמפיין פון די האסטיגע לאביסטן אינערן ישראל'ס פארלעמענט צוזאמען מיט די אלגעמיינע מעדיא ווייטער פארזעצן מיט האס און גיפט קעגן רעליגיעזע אידן? צו אויפמארגן פונעם צונויפשטעלונג פונעם קומענדיגן קאאליציע וועט מען ארויסכאפן די איידעלע ערליכע ישיבע בחורים וואס זייער גאנצער לעבן און שטרעבן איז נאך א בלאט גמרא און שעה'ן הארעווען אויף די סוגיות הש"ס, וועלן זי פארפירט ווערן צו די מיליטערישע סאָרטירונגען און די אבסאָרווירונגען? און צום ארבסטן - וועט חלילה אפגעשטעלט ווערן דעם קול התורה אין ארצינו הקדושה?
ס'איז קיין סוד נישט, אז אין די יעצטיגע וואלן, גייט אן א אויסגעשלאסענע קאאליציע פון א פולער קאנצענזוס קעגן די חרדי'שע אידן און די ישיבע בחורים, וואס נעמט ארום די אלע פאליטישע לאגערן פון רעכטס און לינקס, ווי אויך די נייע אויפגעקומענע אזוי גערופענע חרדים...
מיט דעם דעמאגאגישן גלייכבארעכטיקונג ארגומענט, זענען די פאליטישע אינסטאנצן אין ישראל געווארן צו פאן טרעגער פון די העצע קעגן חרדי'שע אידן.
דעם היינטיגן טאג איז א היסטארישער וויכטיגער קרייצוועג טאג, ווי יעדער איינער באזונדער קען העלפן אפצושטעלן די אלע שרעקליכע גזירות רדיפות און העצע וואס וועט מעגליך אראפשטייגן אויף אונז צומארגנס פונעם וואלן-טאג.
ריכטיג, יעדער פון אונז האט פולע טענות, באקלאגן, פראגעס אויף דעם וואס אונזערע פארשטייער האבן געטון אדער נישט געטוהן אין זייער פריערדיגער קאדענציע אינעם פארלעמענט. אפילו ווען מיר ווילן קענען מיר זיך נישט בעהאלטן פון די אויפקומענדיגע טענות און פעלערן - אבער מיר שטייען אין א גאר וויכטיגער קרייצוועג, דער היינטיגער טאג קענען מיר אנטשיידן אונזער צוקוינפט. אן א מאס פון גזירות ווארטן אונז אפ פון די אנדער זייט פונעם טיר, ס'איז א ווארשיינלעכער סכנה וואס וועט צילן צום גאנצן חרדי'שן אידנטום אויף דער גארער וועלט.
וויסן זאלסטו: אויב האסטו ביי דיר באשלאסן נישט צו אנטייל נעמען אין די וואלן, איז אויף דיין אחריות דער צוקוינפט פון די קומענדיגע פיר יאר! פיר יאר וועסטו נישט קענען קומען מיט קיין טענות נאר צו דיר, מיט דיין זיך אפהאלטן פון צו שטימען, האסטו געגעבן דיין שטימע פאר די אלע פארטייען וואס זייער גאנצער ציל איז דיר צו אנגרייפן.
שטייענדיג אונטערן פארהאנג, וועט צו דיר אפשפיגלען דער געהערטער געשטאלט און וועט אויפשיינען דעם לויטערן געזיכט פון די גדולי ישראל, אט די וואס זייער גאנצער לעבן איז מסירות נפש פאר כלל ישראל, יעצט איז אונזער פליכט זיי צו טוהן דעם נחת רוח.
קלערנדיג דעם געבאט "ועשית ככל אשר יורוך", גייט דאס אריבער אלע אונזערע אייגענע באראכטונגען, מיר פארגעסן די אלע אונזערע טענות און אנטוישונגען. אינעם קאלפי, דעם היינטיגן טאג, לייגן מיר אין זייט אלע איבערלייגונגען, מיר גייען שטימען, טאקע צוליב די גדולי ישראל.
מיר טוהען געדענקען, אז ווען הגראי"ל שטיינמאן און די אלע גרויסע רבי'ס שרייען מיט ציטער: "ראטעוועט! עס ברענט א פייער"; און ווען הגר"ע יוסף שרייט פון טיפענישן פון הארץ: "די תורה איז אין סכנה" - זיי האבן די גרויסע האפענע אויגן וואס זעהען ווייט ווייט אוועק. זיי ווייסן און זעהען וואס ווארט אונז חלילה אפ אינעם קומענדיגן רעגירונג, דערפאר טאקע זענען זיי אזוי דערציטערט, און רופן צו אונז אלעמען: מאביליזירט זיך צו די מערכה - קומט שטימען! אויב נישט לכבוד אונז איז לכבוד די תורה הקדושה!!!
קומט אלע שטימען, און ברענגען צו א קידוש השם!
תרגום לעברית:
לכו להצביע, בשביל גדולי ישראל.
בשבועות האחרונים כל גדולי ישראל ללא יוצא מן הכלל מכל העדות והחוגים התרוצצו מעיר לעיר וממקום למקום. פעילים רבים ניסו להסביר לציבור למה כולנו חייבים ביום הבוחר להתגייס ולהגדיל את כוחן של המפלגות החרדיות.
והנה, היום הגורלי הזה, יום שלישי י"א שבט 22 בינואר למניינם, הגיע, היום יכריעו אזרחי ישראל ובתוכם הציבור החרדי איזו ממשלה תקום במדינת ישראל.
האם תורכב ממשלה קיצונית ומתנכרת לציבור החרדי בכלל, ולעולם התורה בפרט, האם הממשלה הבאה תרים את הכורת על עולם התורה והישיבות, תתנכר לציבור הלומדים והשוקדים על תלמודם 24 שעות ביממה, האם השיח האנטי חרדי ימשיך להיות דגלה של התקשורת והמושכים בחוטים היושבים בכנסת ישראל, האם יום אחרי הרכבת הממשלה הבאה יועלו ויובאו המוני בחורים צעירים שכל עולמם היא רק עוד דף גמרא ועוד כמה שעות לימוד בישיבה אל בסיסי הקליטה והמיון, והכי חמור, האם קול התורה יאלץ חלילה להיפסק?
זה לא סוד, שבמערכת הבחירות שמגיעה כעת לשיאה, הקונצנזוס נגד העולם החרדי ובני הישיבות הגיע מכל קצוות המערכת הפוליטית הן החילונית, הסרוגה, ואפילו מאלו שמתיימרים לייצג חרדים.
כשרוממות השיויון והדאגה כביכול בגרונם הפכו הפוליטיקאים בישראל למובילי ההסתה נגד הציבור החרדי.
היום, הוא היום שעתידכם מונח ביידיכם, כל אחד ואחת מכם יכול לסייע ולעצור את כל אותם גזירות רדיפות והשמצות שינחתו עלינו למחרת יום הבוחר.
נכון, לכולנו יש לא מעט תלונות טרוניות ושאלות על פועלם ואי פועלם של נציגינו בכנסת במהלך הקדנציה האחרונה, גם אם רצינו - לא ניתן להתעלם מהמגרעות, אבל בשעה גורלית זו, כשכל כך הרבה גזירות מחכים לנו מעבר לדלת, ועלולים לפגוע ולהזיק קשות לציבור החרדי בכללותו.
בחרת שלא להצביע? דע לך שב-4 השנים הקרובות לא תוכן להלין, כי ברגע שלא הצבעת חיזקת את כלל המפלגות, בינהם גם המפלגות שרוצות את רעתך.
בעומדינו מאחורי הפרגוד, יעמדו למול עינינו גופם הכחוש ועיניהם היוקדות של גדולי ישראל, אלה שמוסרים את נפשם בשבילנו, עכשיו, התור שלנו לשמח אותם.
"ועשית ככל אשר יורוך" מתעלה על כל שיקול אחר, בקלפי, ליום אחד, נשכח את כל התלונות והאכזבות. ונצביע, בשביל גדולי ישראל.
נזכור, שכשהגראי"ל שטיינמן וגדולי האדמו"רים זועקים "יש שריפה בבית", וכשהגר"ע יוסף זועק מקירות ליבו "התורה בסכנה", עיניהם הגדולות רואות למרחוק. הם יודעים מה אמור להיות בממשלה הבאה. ולכן הם מבינים שהפעם על כולנו להתגייס. אם לא בשבילנו - בשביל התורה!
לכו להצביע, וגרמו לקידוש השם!